Skip to content
← The Pruzaner Sztyme
A person in the paper

Nahum Sokolow

Records on this page tell what became of him

נחום סאקאלאוו

Also spelled נחום סוקולובי

Printed in 2 issues of the paper, from May 22, 1936 to June 26, 1936.

Life events

In the paper

1936

  1. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 יחד עם כל העם העברי אָנו מתאבלים על מותו של שר האומה החלוץ וקבוץ „שחריה Mourning for Nahum Sokolow Death notice · Death announcement deceased
  2. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 ביחד עם כל עדת ישראל אנו מבכים את האדם הגדול בּישראל שלטון הקהלה העברית בפרוז'נה Mourning for Nahum Sokolow Death notice · Death announcement deceased
  3. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 אָנו מרכינים את ראשנו בחרדת יגון על מות המנהיג הגדול חברת צעקאבע"ועד ,„צענטאס" בפרוז'נהחברת לינת־הצדק Mourning for Nahum Sokolow Death notice · Death announcement deceased
  4. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 געפאלן די קרוין The Crown Has Fallen... Article · Editorial named
  5. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 מות ר' נחום סוקולוב ז"ל The death of Nahum Sokolow of blessed memory Article Subjects: Education named
  6. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 ידיעה עצובה Sad news Article Subjects: Education named
  7. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 דער טרויער אין שטאט צוליבן טויט פון נחום סאקאלאוו ז'"ל The town's mourning over the death of Nahum Sokolow Article Subjects: Community affairs named
  8. א׳ סִיוָן תרצ״וMay 22, 1936 אכטונג חברים פון „החלוץ Attention members of Hechalutz Article Subjects: Community affairs named
  9. ו׳ תַּמּוּז תרצ״וJune 26, 1936 שטריכן צו דער פּערזענלעכקייט פון נחום סאקאלאוו ז'"ל Traits of the personality of Nahum Sokolow, of blessed memory Article Subjects: Jewish world deceased
  10. ו׳ תַּמּוּז תרצ״וJune 26, 1936 שטריכן צו דער פערזענלעכקייט פון נחום סאקאלאוו ז"ל Features of the personality of Nahum Sokolow, of blessed memory Article Subjects: Jewish world deceased

What became of him

By the records on this page, he died before the war.

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    דער טרויער אין שטאט צוליבן טויט פון נחום סאקאלאוו ז'"ל. די טרויער ידיעה וועגן טויט פון נחום סאקאלאוו ז"ל האט דערגרייכט צו אונז מאנטיק גאנץ פרי: אייניקע ראדיא אבאנענטן האבן אויפגעכאפט די ידיעה דורכן ראדיא א זייגער 7 פרי און עס איבערגעגעבן אין גאס ס'האט זיך אבער ניט געוואלט גלויבן און א גרויסער עולם האט מיט גרויס אומגעדולט אפגעווארט די ווארשעווער צייטונגען, וועלכע זענען גלייך ביים אנקומען צוכאפט געווארן. די שרעקלעכע בשורה וועגן טויט פון גרויסן מנהיג האט געמאכט א טיפן רושם אויף דער גאנצער באפעלקערונג. אויפן היגן „תרבות" בנין איז ארויסגעהאנגען געווארן די ווייס־ בלויע פאן, געהילט אין קרעפע און אראפגע־ לאזן ביזן האלב מאסט, ווי אויך סאקאלאווס בילד געראמט אין שווארצן פיל תרבות שילער האבן געוויינט, זיך דערוויסנדיק וועגן דער גרויסער אבידה. ס'איז געשאפן געווארן א טרויער קאמיטעט מיט דער באטייליקינג פון תרבות, ציוניסטישע ארגאניזאציעס, קהלה, סוחרים און קליינהענדלער פאריין, צעקאבע און אלע ווירטשאפטלעכע און הילפס אינסטיטוציעס אין שטאט. דינסטיק אוונט האט דער קאמיטעט זיך פארשטענדיקט מיט דער רעדאקציע „היינט" וועגן דעם טרויער פראגראם אין לויה טאג. מיטוואך פרי, אין טאג פון דער לויה, זענען איבער די גאסן צוקלעפט געווארן טרויער־מעלדונגען, ווו די באפעלקערונג איז גערופן געווארן צום טרויער און בשעת דער לויה צו ווארפן די ארבעט און פארמאכן די קראמען. אין דער שעה פון דער לויה פון 12 ביז 1 זענען געשלאסן געווארן די קראמען. אין די היגע תרבות שולן זענען איבערגעריסן געווארן די למירים און די שילער זענען אין געשלאסענע רייען געגאנגען צו דער אזכדה. מאסנווייז האבן יידן געשטראמט אין בית המדרש „בית יע.נ" ווו ס'איז פארגעקודען די אזכרה. דער בת מדרש איז געווען אי־ בערפילט מיט מענטשן. יונג און אלט זענען זיך צוזאמענגעקומען. כדי צו ווירדיקן דעם גרויטן נפטר. ראש הקהל ה' פייוול גאלדפיין עפנט די טרויער פארזאמלונג. פארן פאר־ זאמלטן עולם האבן גערעדט דער היגער רב הרב ר' דוד פייגנבוים, ר' חיים פעלדמאן, מנהל סאפירשטיין און א. ארז. נאכער מאכט ר' דוד שושן „אל מלא רחמים". בשעת דער אזכרה האבן פיל מענטשן געוויינט.

    Where we read it

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    אָנו מרכינים את ראשנו בחרדת יגון על מות המנהיג הגדול של העם היהודי נחום סוקולוב ז"ל אגודת סוחרים־זעירים בפרוז'נהחברת „טאז" בפרוז'נה חברת „צעקאבע"ועד ,„צענטאס" בפרוז'נהחברת לינת־הצדק

    Where we read it

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    יחד עם כל העם העברי אָנו מתאבלים על מותו של שר האומה, מנהיגה הרוחני והמדיני של תנועת השחרור והתחיה נשיא הכבוד של ההסתדרות הציונית העולמית והסוכנות היהודית נחום סוקולובי ההסתדרות הציוניתבפרוז'נההועד לקרן היסוד ועדת קרן־קימת החלוץ בעל־מלאכה מפלגת ה„התאחדות" פועלי־ציון „ החלוץ וקבוץ „שחריה'' "

    Where we read it

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    געפאלן די קרוין... נחום סאקאלאוו דער גאון די פארקער־ פערונג פון יידישן זשעני, וואס ווו ער זאלזיך ניט קערן און ווענדן האט ער אומעטום, ווי א ליכטיקער מעטעיאר פארשפרייט שיין און גלאנץ — אויך ער איז געפארן. ער, וואס ניט קוקנדיק אויף זיין עלטער, האט ער דאך מיט אומענדלעכער יוגנט קוועליקייט געשפרודלט מיט חכמה און וויסן. געדוכט האט זיך, אז ער פארמאגט נאך אזויפיל וויטאליטעט, אזויפיל לעבנס קראפט, אז ער וועט נאך לאנג, לאנג זיין צווישן אונז און באשטראלן דאס פינסטרע יידישע לעבן מיט זיין חכמה, מיט זיין אינענדלעכן יידישן בטחון, מיט דעם צוי בער פון זיין ווארט און מיט זיינע אוצרות פון יידישער קולטור. אין די לעצטע דורות, ווען דאס יידישע פאלק האט ווי געפירט מיטן אינסטיקט פון זעלבסטדערהאלטונג געמאכט די גרעסעטע נאציאנאלע אנשטרענגונגען און מיט דער שפאנונג פון קאמף פארן זכות הקיום האט עס קאנצעטרירט היסטארישע כחות כדי צו דערהאלטן ביים לעבן אנאלטע אומה, וואס האט זיך געפונען אוספן ראנד פון אונטער־ גאנג — האט דאס יידישע פאלק צוזאמען די גרויסע אידעען פון ווידערבוי און אויפלעבונג אויך ארויסגעגעבן פון זיך גרויסע היסטארישע פערזענלעכקייטן, וואס זענען ווי גערופן געווארן צום לעבן כדי די גרויסע פאלקס־איז עען צו פארווירקלעכן. איבער זיי אלע האט זיך ארויסעהויבן די ליכטיקע קאלאס געשטלאט פון נחום סאקאלאוווואסגהאט, וויא מעכטיקער אדלער פארשפרייט זיינע פליגלען איבער די פארשמאכטע און אין בלוט אויס־ גייענדע יידן. ער האט קאנצעטרירט אין זיך א אומגעהויערן שפע פון טאלאנטן און פעהיקייטן וואס האבן זיך פאראייניקט אין א ליכטיקער הארמאניע פון יידישער און אלמענטשלעכער גאונות. ווי געטריבן פון מעכטיק היסטארישע פאלקס אימפלוסן האט ער זיך געשטעלט בראש דער יידישער נאציאנאלער און קולטורעלער אויפלעבונג וועמען ער האט געווידמעט זיין זשעני. מיט זיין טויט האט דאס יידישע פאלק פארלארן זיין קרוין און זיין צירונג מיט וועמען מיר האבן געשטאלצירט צווישן פעלקער און לענדער. ער איז געווען דער מאן — וועמען דאס יידישע פאלק האט געקאנט אנטרויען זייז שליחות, ווייל ער איז געווען אויסגעקנאטן מיט בלוט און פלייש פון יידישע פאלקס־מאסן און ער האט זייער ווייטאק דערטראגן פאר די האררן פון דער וועלט און געפאדערט דין און גערעכטיקייט. נחום סאקאלאוו איז געשטארבן — די קרוין איז געפאלן! — אבער דאס יידישע פאלק וועט די קרוין אויפהויבן און דערטראגן אויף דעם מלכותדיקן וועג פון זיין אויפלעבונג און דער זכר פון דעם גרויסן יידישן נאציאנאלן גאון וועט אייביק באלעבן אינזערע הערצער און נשמות!

    Where we read it

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    ביחד עם כל עדת ישראל אנו מבכים את האדם הגדול בּישראל, קברניטה הנאצל של האומה ומליץ לעמו בפני מדינות העולם נשיא הכבוד של ההסתדרות הציונית והסוכנות היהודית נחום סוקולוב ז"י שלטון הקהלה העברית בפרוז'נה.

    Where we read it

Other records

  • The Pruzhaner Shtime printed:

    שטריכן צו דער פערזענלעכקייט פון נחום סאקאלאוו ז"ל. (סוף פון דער 2־טער זייט) שריבן זיין לעצטן „אישים" געויידמעט נאטאן שטראוס, ראטשילד און באלפנרן, געשריבן ווערטער ביכער פאר פראקטישער באנוצונג אין א"י־שולן, געארבעט איבער שפינאזאן און מיטגעארבעט אין עטלעכע צייטונגען. די זשורנאליסטיק נישט ארויסגעלאזט פון האנט, . אויסער אין דער א"י־פרעסע אין „העולם" שטענדיק געשריבן אין היינט, יעדער ארטיקל — א מאמר, יעדעס ווארט געשליפן, יעדער באמערקונג — א שטיק נבואה. אויף אלע גע־ ביטן אונבאשרייבלעכע בקיאות, זיין פאליטי־ שער פארשטאוד, זיין חוש פאר רעאלע אר־ בעט'ווי ביי א יוגנטלעכן רעוואלוציאנער. עטלעכע באמערקונגען וועגן זיינע לעצטע „היינט"־ארטיקלען: ער באשרייבט מאקס ליבערמאנען, דעם גרויסן מאלער. דאכט זיך א פרעמד פעלד פאר סאקאלאוון, ניין! ער איז אין דער היים. זיינס א רעצענזיע — א מייסטערשטיק, זיין בקיאות אין דער מאלעריי צו באווונדערן. ער באשריירט רש"י'ן אין זיין צייט. אייך דאכט זיך, אז איר פארט מיט סאקאלאוון און רש"י'ן אין אויטא. רש"י דערציילט אייך פרטים פין זיין לעבן, מאלט אייך יעדעס וועגל און שטעגל. איר הערט דאס גלאקן קלינגען פין די אמאליקע קירכן אין ווארמייזא און שאמפאי, איר לעבט מיט 800 יאר צוריק איו־ פארגעסט, אז איר לייענט בלויז א מאנאגראפיע אי ארטיקל נמרוד, א שמועס איבער גצרי וין פאליטיק אין צוזאמענהאנג מיט יגגמ באזוך אין ביאלאוויעזש. וויפיל נייעס ווערט מען געוואר, מ'ווערט קענער אין הלבית יעגעריי, איר ווייסט שוין אלע כללים איז מ'קען אייך שוין פארשרייבן אין יעגער־ קלוב, דערביי קלערט ער אייך אויף א ביסל פאליטיק, אנטדעקט אייך פאליטישע אינטריגעס הינטער די קוליסן. זיין לעצטע מאנאגראפיע איבער מענ דעלע מוכר ספרים איז א מייסטעושטיק. ער נעמט דעם לעזער ביי דער האנט, פירט אים צו מענדעלען דעם ארימען בחיר, שפעטער יונגערמאן, דאן מלמד און ווייטער אנאליזירט יעדעס וערק, אונטערשיידט עס אין צייט און אומשטאנד, פארגלייכט מיט אנדערע און אנט פלעקט נייעס. ער זינגט נישט קיין תהלות ותשבחוות פאר מענדעלען שרייט נישט דער ערשטעו' דער שעפער, דער זיידע, פירט פרי־ ער אדורך א גאנצע פלעיאדע פארגענגער און ווייוט דערנאך מענדעלע אין זיין ריכטיקן געשטאלט און פארנעם ער מאכט עס באשיידן, אן זיין אייגע־ נעם איך, נישט ווי אנדערע וועלכע שרייבן ווגגן זיר און מענדעלען וועגן זיך און פרץ'ן זיין לעצט ארטיקל איז א שטיק צואה צום פוילישן יידנטום, ער הייסט נישט אפ שטיין אין קאמף פאר דער נאציאנאלער איי גענארט און כאראקטער, ער שרייט געיואלט אויף דער עמי הארצות און לערנט ווי אזוי אויסצוהאלטן דעם שווערן נסיון. עס איז אונטערגעהאקט געווארן דער ריזן־בוים אין דעם געדיכטן יידישן וואלד פון נאציאנעלע העלדן און טרוימער. דער לעצטער ייד, נישט נאר מיט זיין פארטיי לע־ גיטימאציע, נאר מיטן יידישן דור, וועלכער האט נישט נאר דעם קעגנער באקעמפט נאר אים געלערנט און איבערצייגט, דער מענטש וואס האט פארדינט יעדנס צוטרוי. נחום סאקאלאוו האט קיין נאכפאלגער נישט געלאזט קיין אנדערע סאקאלאוו'ס וואקסן נישט אין יעצטיקטן דור, כי נפל שר וגדול בישראל עס איז געשטארבן דער רבי פון זיין דור, דער חכם עתיק, דער גאון אין חכמה ומדע, דער טיפ פון דער אוועקגייענדער וועלט, דער מענטש וועלכער איז כאראקטעריסטישער פאר דער תקופה, וועלכע האט געליפערט ליבע טרייע פירער און דינער פון פרייהייט אידעען פאר זייערע פעלקער, ווי פילסודסקי, מאסאריק א. אנד. דאס ארט פון נחום סאקאלאוו אין יידישן לעבן איז פריי. יהי זכרונו ברוך.

    Where we read it

A computer (AI) read and translated these issues and matched up the names. No one has checked its work yet, so a piece listed here may be about someone else with the same name.