Skip to content
← The Pruzaner Sztyme
A person in the paper

Zeev Chmielnicki

זאב חמעלניצקי

Also spelled Velvel Chmelnitsky, Velvel Chmielnicki, Zeev Chmelnitsky, Zev Chmelnitski, Zev Chmelnitsky, Zev Chmielnicki, Zev Chmielnitzki

Printed in 17 issues of the paper, from March 23, 1934 to December 31, 1937.

In the paper

1934

  1. ז׳ נִיסָן תרצ״דMarch 23, 1934 לאחינו וגיסתנו זלדה ודוב חמלניצקי פשה, טייבל אורבוך Birth greetings to Zelda and Dov Chmelnitsky Ad · Birth greeting signer
  2. ט׳ כִּסְלֵו תרצ״הNovember 16, 1934 הילפס־רינג Help ring for the Yavneh school Article Subjects: Community affairs named
  3. א׳ טֵבֵת תרצ״הDecember 7, 1934 הילפס־רינג לטובת דער העבר. פאלקס־שולע „יבנה ביי „תרבות Help ring for the Hebrew people's school Yavne at Tarbut, list 6 Article Subjects: Community affairs named
  4. ט״ו טֵבֵת תרצ״הDecember 21, 1934 הילפס־רינג Aid chain for the Yavne school Article Subjects: Community affairs donor

1935

  1. ה׳ אֲדָר א׳ תרצ״הFebruary 8, 1935 אלגעמיינע פארזאמלונג פון קליינ הענדלער פאריין General meeting of the Small Traders' Association Article Subjects: Community affairs named
  2. ג׳ אֲדָר ב׳ תרצ״הMarch 8, 1935 הילפס־רינג Help-ring for the Yavneh Hebrew folk school Article Subjects: Community affairs named
  3. ב׳ נִיסָן תרצ״הApril 5, 1935 צוזאמען מיט אייך ליבע קינדער טייבל (פתח־תקוה Condolences on the death of Freyde-Leah Averbuch Death notice · Condolence mourner
  4. כ״ח אִיָּיר תרצ״הMay 31, 1935 דער פאמיליע ספעקטאר זאב כמעלניצקי פרוי און קינדער Birth greetings to the Spektor family from the Chmielnicki family Ad · Birth greeting signer
  5. כ״ב אֱלוּל תרצ״הSeptember 20, 1935 פון החלוץ בעל־מלאכה אויפרוף! צו אלע האנטווערקער אין פרוזשאנע From HeChalutz Baal Melacha: Appeal to all craftsmen in Pruzhany Article Subjects: Community affairs named
  6. כ״ט אֱלוּל תרצ״הSeptember 27, 1935 יערלעכער באַריכט פון די קדן־קימת לישראל הכנסות אין פרוזשאנע פון תשרי תרצ'"ה ביז תשרי תרצ'"ו Annual report of the Keren Kayemet LeIsrael income in Pruzhany from Tishrei 5695 to Tishrei 5696 Article Subjects: Community affairs named

1936

  1. כ״ב טֵבֵת תרצ״וJanuary 17, 1936 דין וחשבון פון דער זעלבסטהילף אקציע פאר צעקאבע" אין פרוזשאנע Report of the self-help campaign for 'CEKABE' in Pruzhany Article Subjects: Community affairs donor
  2. ד׳ נִיסָן תרצ״וMarch 27, 1936 פראקלאמירט די אקציע פון „קרן החלוץ" אין פרוזשאנע Keren HeChalutz campaign proclaimed in Pruzhany Article Subjects: Community affairs office holder
  3. ו׳ תַּמּוּז תרצ״וJune 26, 1936 איך געזעגן זיך מיט אלע חברים פון חלוץ בעל מלאכה זאב חמעלניצקי און פאמיליע Farewell from Zev Chmielnicki and family Ad · Announcement named
  4. ו׳ תַּמּוּז תרצ״וJune 26, 1936 צום אפפאר פון חבר חמעלניצקי און הסתדרות הציינית Farewell wishes to Comrade Chmielnicki Ad · Greeting named
  5. י״ז אֱלוּל תרצ״וSeptember 4, 1936 רינג לטובת „פרוזשאנער שטימע Ring for the benefit of "Pruzhaner Shtime" Article named
  6. כ״ט אֱלוּל תרצ״וSeptember 16, 1936 יערלעכער באַריכט פון די קרן־קימת לישראל הכנסות אין פרוזשאנע פון תשרי תרצ"ו ביז תשרי תרצ"ז Annual report of Keren Kayemet LeIsrael income in Pruzhany, Tishrei 5696 to Tishrei 5697 Article Subjects: Community affairs named

1937

  1. ח׳ אֲדָר תרצ״זFebruary 19, 1937 קוויטירונג Receipt Article Subjects: Community affairs donor
  2. כ״ז טֵבֵת תרצ״חDecember 31, 1937 וויאַזויאַ געוועזענער פּרוזשאַנער מאנופאק טור סוחר איז געווארן א פרוכטן הענדלער אין ארץ־ישראל How a former Pruzhany textile merchant became a fruit dealer in the Land of Israel Article · Letter author, advertiser

From the records

  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1937-12-31
      וויאַזויאַ געוועזענער פּרוזשאַנער מאנופאקטור סוחר איז געווארן א פרוכטן הענדלער אין ארץ־ישראל. ה' כמעלניצקי זאב, וועלכער האט פאריקן יאר ליקווידירט זיין מאנופאקטור געוועלב און עולה געווען קיין א"י,שרייבט או זיינעם א פריינט ווי אזוי ער האט זיך דארט איינגעארדנט. מיר דרוקן דעם בריוו אןענדערונג — ככתבו וכל־ שונו. אויף די ארטאגראפישע פעלערן זענען מיר מוחל. דעם בריוו שרייב איך טאקע פון ארץ ישראל מיטן גאנצן אמת, ניט פארמאסקירט. כ'בין צופרידן. איך ארבעט אזויפיל דאס אין מיין לעבן האב איך אזויפיל ניט געארבעט. שטעלט זיך פאר כ'שטיי אויף אלע טאג 4 אזייגער און הארעווע ביז 8 ביינאכט. יעדן טאג פאר איך קיין תל־אביב קויפן פרוכט. פין 10 ביז 3 בין איך אין תל־אביב. שטעלט זיך פאר דאס איך בין שוין אין תל־אביב געפארן א 200 מאל און דער אויג קען זיך ניט אנזעטיקן צוקיקנדיק דעם שיינעם געגנט, פארנדיק פון פתח־תקוה קיין תל־אביב. דאס איז ניט צו בא שרייבן. די שטרעקע איז אזויווי פון פרוזשא בע קיין לינעווע. דער כביש איז די גאנצע וועג פון אספאלט ביי די זייטן פרדסים און מושבות, שענער ווי אין ווארשע, דער מא־ דערנסטער סטיל. אויף בערג שיינע מויערן. כ'האב דאס אין לעבן אזעלכעס ניט געזען. איבערהויפט מען זעט אונזער שאפונג, לויטער באדאעף מען ניזא לעסער נאר אמע אווהאפן העצט עןנאער אייפארשסט ועאיט פין אלע גרינסן, וואס נאר א מויל רעדט אויס. אפילו יעקב חנא דער גערטנער האט דאס אויך ניט געזען. למשל חצילים, קישאוים, חרדל, פלפל מלפפונים, גזר, בלאט סלק, בצל־ירוק, תרד. פעטרוזילא, קרופ, עגבניות, שום, מרור. דעם טייטש פון דעם וועט איר פרעגן מיין געוועזענעם לערער אייער גימנאזיסט. דאס וואלט איך זיך ניט אווסגעלערנט אין 10 יאר און דא קען איך שוין רעדן און פארשטיי אלץ. אט דאס אלעס וואס איך האב אויסנע־ שריבן קויפן די ארץ ישראלדיקע ווייבער. אן דעם גייט 'ניט אריבער דער טאג און דאס מוז געשאפן ווערן פאר זיי. און פון 5 אזייגער יעדן טאג הויבט זיך אן א ירידל פונקט ווי ביי מיר איז געוועזן מאנטיק און דאנערשטיק אין גוטע מערק. אזוי טומלט זיך יעדן טאג ביז 9, 10 אזייגער א גאנצער יריד. די שווי־ גער העלפט אויך צו א ביסל ווייל אלע ווילן פאר אוין מאל מ'זאל זיי ענטפערן. ביי מיר שטישען צוויי וואגן און מען קען זיך ניט צו־ רייסן. מיין געשעפט איז אויפן מארק פונקט אאט י לא לענ עראעופאישלרעך איאוין בין קרעמער. איך פארקויף קעסטלעך עפל, ווייל כ'קויף אסאך אויך איך האב אוזשענדניקעס, פארשטייט זיך יידישע, סטאלע קונדן. מיט איין ווארט כ'האב צוגעטראפן מיטן געשעפט חאטיא כ'האב זיך ניט געוואלט נעמען דערצו, ווייל אין פרוזשאנע איז דאס געוועזן ניט אזא שיינער פאך, נאר דא איז ארץ ישראל, איז אן א פייער טאפ... דא איז מער אינטעליגענטיש. יעצט איז סעזאן פון תפוחי־זהב, אשקל־ יות, מאנדערינקעס. ווי קען איך אייך אביסל צושיקן, ממש בחנם. שטעלט אייך פאר 3 פיאסטער 100 שטיק דאס איז8 גר' א מאה, 12 שטיק פאר 1ן גראשן. זאגט עס מוטשניקן ער זאל ־אראפלאזן די־ פרייזן, אז ניט וועל איך אראפשיקן אוגאנצע שיף מאראנצן קיין פרוזשאנע. יעצט בונות, בארנעס, עפל אמעריקא־ נער, רומעניער, איטאליענער, אווסטראליער און צו עטלעכע סארטן פון יעדן לאנד. און דאס אלעס ווערט פארקויפט אין גרויסע קא־ ליטסטווא. דאס ענבים סעזאן איז 6 מאנאטן פון שבועות ביז איבער סוכות. ענבים ממש פלעג איך טועטן מיט זי פיס. אזויפיל איז געוועזן. שטעלט זיך פאר כ'פלעג יעדן טאג קויפן 5, 6 קאסטן א 60 ראטיל דאס 180 קילא און פארקויפן 3 קילא 45 ג' אויך גייט א סעזאן פון אבריקוסין. ביי אונז רופט מען דאס מישמיש. מיט איין ווארט דער ארץ ישראל מענטש נוצט אויס יעדער סעזאנאווע פרוכט, ווייל דער קלימאט איז א הייסער און מען ארבעט שווער מוז מען עסן נארהאפטע זאכן. דאס איז בנווע דעם דערוואקסענעם. יעדער פועל נעמט אלע טאג צו דער ארבעט נאך דעם סעזאן נאך למשל ווען ענבים, ווען מאראנצן. דאס קויפט מען אויף זאק. מען קומט מיט זעקלעך. מען עסט ניט קיין מאראנצן מען קוועטשט אויס מיץ און מען טרינקט דאס פאר וואסער. ווען איך האב נאר צייט מאך איך א ביסל מיץ, דאס הייסט עטלעכע גלאז. יעצט וועגן קינדס וועגן איז ניטא קיין טייערע מין אויף דער וועלט. באנאנעס גיט מען 3 פיר מאל א טאג און די בעסטע פרוכטן גאנץ איינפאך דעם לעבן. גיט מען אוועק פאר דעם קינד. אזוי ארום שאפט זיך דער פדיון פון דעם. איז דוכט זיך נאך מיין שילדערן האב איך באדארפט גיין אין גאלד. נאר יעדע גוטע זאך האט זיך זיין שלעכטע זייט אויך: ראשית מוז מען בארגן, אז ניט לייזט מען ניט, און צווייטנס איז דא זייער א גרויסער פראצענט קינדן, נאך ערגער ווי איר האט געזען ווי מען פלעגט זיך דינגען בא מיר אין קראם. און דאס לעצטע איז פאראן א ביסל מיט לאנגע הענט, מען טאר דאס ניט ריידן אויף קיין יידישע טעכטער. אט דאס אלעס מאכט א גרויסן מינוס, נאר ווען ס'לייזט זיך ניט שלעכט איז פאראן אויף אלעס. מיר פעלט קיין זאך ניט. א פוילער עפעלע, א וויי־ כע בארנע, איינציקע ענבים, דאס וואס פאלט אראפ פון די עשקלים, דאס וואלט נאך געסטא־ יעט פאר נאך 10 משפחות. נאר ח"ו איך בין ניט געצווונגען דערצו. כ'לעב גאנץ בעל הבתיש יעצט איז דער לעבן אין אלגעמיין פריי, קיינער קוקט מיר ניט נאך, וויפל כ'לייז, דא איז ניטא די אלע צאלונגען וואס מ'רעכנט אויס די פינגער. מיט איין ווארט וויפל איך פארדין איז פאר מיר. נאר־דא קאסט וואסער געלט, דאס איז די איינציקע זאך וואס מיר קאסט 5 זל. א מאנאט און 13 זל. א יאר א בילעט. ווייטער צאל איך אין קופת חולים, ווייל איך וויל און קיינער נייט מיר ניט, דערפאר געניסן מיר די גאנצע פאמיליע ערהיילונג און רעצעפטן אן געלט, זאל מען עס בעסער ניט דארפן. אבער דאך רייסט זיך אויס דאס האב איך געווען ניט געזונט מען האט מיר געמאכט א ניטוח (א אפעראציע) די מאנדלען ארויסגענו־ מען ס'פאפירט, דאס איז די אויסגאבן. יעצט ווי פאברענג איך די צייט, א גאנצע וואך איז נישטא ממש קיין צייט, נאר שבת איז פאראן וואס מען קומט זיך צונויף דער כאר זינגט, אלע שבת רעדן גרויסע רעדנער, אלץ וועגן פארשיידנס. ס'איז גאנץ אינערעסאנט איר האט דאס געמעגט ביי אייך איינפירן דאס איז א עונג שבת. ווייטער איז מען אזוי פאריאגט דאס אפרייסן א שטיקל צייט צו שרייבן איז ממש ניט פאראן. דאס שרייב איך און די אויגן קלעפן מיר זיך. יעצט בעט איך אייך שרייבט מיר ווי גייט זאס אייך אין פרנסה, צו האט איר דעם געשעפט, און ויי גייט דאס אין דער ארגאניזאציע, א גרוס אלע חבריט יעדן בא־ זונדער, דיטקאוויטשן מיט וועמען גייט ער אויף קרן קימת? צו איר מאכט דא וויפל מיט מיר? לעווקאוויטשעס שוועסטער זע איך אפטער אין תל אביב, ווען מאכט איר דעם באזאר? איך בעט אייך שרייבט מיר אויס פון אלעס, יעצט בעט איך אייך איבערגעבן אלעמען גרוסן אברהם איטעלד, בנימין ניצבערג, דעם שריי־ בערל פון קהלה, ר' משה מאקראנסקי, חנה פערלשטיין, שמואל ספעקטאר, די פישערס און פישערקעס, סאפירן, נחום שרייבמאן און אלע וועלכע פרעגן זיך אויף מיר. ממני זאב כמעלניצקי. פתח־תקוה ב' דחנובה
  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1936-09-04
      רינג לטובת „פרוזשאנער שטימע" אדרעס פאר געלט: ABRAM BRZESKi Prużana P. K. O № 160 231. רשימה 1 יודעוויטש שלמה גיט 5 ז"ל און רופט ארייס די ה"ה: ראש הקהל פ. גאלדפיין, אראנאוויטש (פרוזשאנע), י. שרייבמאן, מ. גרינוואלד, ברעגמאן (ווארשע), בישקאוויטש (בריסק), ש. ניידוס (בערעזע), שקאלניקאוויטש (וואלקאוויסק), ב. ניידוס (ניו יארק), ד"ר סאמסאנאוויטש מאניע (ראזשענאי). אליהו פאמעראניעץ גיט 3 ז"ל און רופט ארויס די ה"ה: ד"ר סאניע, משה, זשאלקיוער (דאוויד גרודעק), משה יאגלאם (בריסק), ברוך (באסיע) יאגלאם (ביאליסטאק), אב. גראדזיענסקי (היינובקכ), אשר, יעקב און אריה פאמעראניעץ (א"י — רמת גן), יעקב האלפערן און יוסף האלפערן (אמעריקע), ראזענבלום שלמה, אלטער זאוועלעווסקי און מ. לעווענטאוו (א"י). ארז אברהם גיט 3 ז"ל און רופט ארויס ליובאשיץ צבי (א"י), פץ אריה (ניו יארק). אדוו. שרייבמאן (פרוזשאנע), קרוגמאן (שערשעוו), שעווינסקי שמעון (א"י), הערשל ליפשטיין (ק. בא), הערשל בראווערמאן (ווארשע), זאוול סעגעל (דאנציק), אבע זאקהים (זשא־ בינקע), לאה פינקעל (קאוועל), יעקב האלפערן (א"י). ברעסקי אברהם גיט 3 ז"ל און רופט ארויס די ה"ה: פארטוגאלי אליהו (א"י), ליובאשיץ שמואל (א"י), קאנטאר זאב (קאנאדע), שרייבמאן הערשל (ווארשע), ברוימאן שמעון־(שעדלעץ), אבערמאן שמואל (ווארשע), גע־ לערשטיין ש. (בריזק), דאבקאווסקי (לידע). גרינזבערג ווסף גיט 3 ז"ל און רופט ארויס די ה"ה: ליובאשיץ פנחס וחיים (א"י), קלעניצקי יצחק, ראווניצקי בן־ציון, זאוועלעווסקי זאוול, פייטעלעוויטש ישראל אהרן, ספעק־ טאר זיסקע, עפשטיין מרדכי, גרינפעלד יצחק (אלע פון פרוזשאנע), פאזשעזשינסקי ביילע (בריסק). יצחק אראנזאן גיט 3 ז"ל און רופט ארויס די ה"ה: אייזנבערג יצחק, גאלדשטיין משה, ברעגמאן מנחם, ארלאנסקי יאסל (מינסק־ מאזאוויעצק), שוחטים שושן, פרוזשאנסקי א. מ. און פרוזשאנסקי לייב, לעווקאוויטש, קאפלאן און מיסקין (פרוזשאנע), חמעלניצקי זאב (א"י).
  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1936-06-26
      איך געזעגן זיך מיט אלע חברים פון חלוץ בעל מלאכה און מיט די חברים פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע און איר זאלט זוכה זיין ווי צום שנעלסנן צו זען זיך מיט אונז אין ארץ ישראל זאב חמעלניצקי און פאמיליע.

What became of him

We have not yet found a record of what became of them.

A computer (AI) read and translated these issues and matched up the names. No one has checked its work yet, so a piece listed here may be about someone else with the same name.