Simcha Tabachnik
שמחה טאבאטשניק
Also spelled Reb Simcha Tabachnik
Printed in 4 issues of the paper, from December 28, 1934 to January 15, 1937.
In the paper
1934
1935
1936
1937
From the records
Former resident of Brest, now established in Kfar Ata (probable)
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
ר' שמחה טאבאטשניק אמאליקער בריסקער תושב
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
The account calls manufacturer Tenenbaum a son-in-law of Tabachnik (probable)
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
דורכן אונטערנעמער און פאבריקאנט ה' טענענבוים (א איידעם פון ה' טאבאטשניק)
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
Not in Pruzhany when the war came.
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
איין מינוט רייזע פון קרית בנימין שטעלט אייך דער אויטא אפ אין כפר עטא. דער ערשטער גרוס פאר פרוזשאנע גלייך ביים אויסשטייגן פון אויטא איז פון דער שול „מרכז" וואס איז געאשפן געווארן א דאנק דער אינציאטיוו פון די פרוזשאנער בעל בתים אין כפר עטא באזונדערס פון די ה"ה זאוועלעווסקי, שעבינסקי און מודריק דער פלאץ מיט דער געביידע איז געגעבן געווארן פון ר' שמחה טאבאטשניק אמאליקער בריסקער תושב און היינטיקער פאבריקאנט אוז גרויסער באדן באזיצער.
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
Manufacturer and large landowner
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
ר' שמחה טאבאטשניק אמאליקער בריסקער תושב און היינטיקער פאבריקאנט אוז גרויסער באדן באזיצער
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
Not in Pruzhany when the war came.
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
אַ בריוו פון ארץ ישראל. אויף א שטח פון צירקא פינף טויזנט דונאם שפרייט זיך אייס די מושבה א טייל פון דעם באדן איז פארצעלירט ספעציעל פאר לאנד־ ווירטשאפט און עס געפינט זיך אין צפון זייט פון דער מושבה אין שכנות מיט כפר חסידים כפר המכבי און רמת יוחנן. דער אינדוסטרי און האנדלס צענטער געפינט זיך אויפן גע־ בירגיגן טייל פון כפר עטא און אין דער נאנט פון כביש חיפה. א גרויסן אנזען האט די מושבה באקומען צוליב די גרויסע טעקסטיל פאבריק וואס איז אויסגעבויט געווארן פון א יידיש טשעכישן קאפיטאליסט און ווו עס אר־ בעסן היינט צו טאג צוויי הונדערט פועלים: דער פאבריק אייגענטימער האט אויך אויסגעבויט הייזער פאר די ארבעטער א ספעציעלע ארבעטער קיך א. א. וו. די פאבריק ארבעט טאג און נאכט אין עטלעכע שיכטן 70 פראצ. פון דיפארבעטער זענען מיידלעך. דאס איינארדענען די פאבריק האט געקאסט איבער זעכציק טויזנט פונט. אויך זענען גוט אוועק־ געשטעלט די אנדערע פאבריקן .אין כפר עטא ווי „צבע" פון לאק פארבן, „גידעהא" פון סיגארן, „בעטונים" פון איזאלאציעיע, בוי מאטעריאל, „אסטרא" פון פלאסקוועס. א שיי־ נעם איינדרוק מאכט די חאלווא פאבריק „טע־ מיה" פון ה' טאבאטשניק וועלכע האט שוין באוייזן איינצונעמען דעם גאנצן ארץ ישראל מארק א דאנק איר גוטער תוצרת. כפר עטא האט זיך א דאנק די פאבריקן אנגעהויבן שנעל און שיין אנטוויקלען פיל שיינע הייזער זענען געבויט געווארן דורכן אונטערנעמער און פאבריקאנט ה' טענענבוים (א איידעם פון ה' טאבאטשניק). ביים יעצטיקן מאמענט ציילט כפר עטא 1200 נפשות און יעדן טאג קומען צו נייע תושבים. ס'עקזעסטירט א קופת חולים מיט צוויי דאקטיירינ א אפטייק און א דענטיסט. א לשכת עבודה פון הסתדרות א. א. וו. עס עקזעסטירט א שולע ווו עס לערנען איבער הונדערט קינדער אויך א קינדער גארטן א. א. וו. דאס געזעלשאפטלעכע לעבן איז צוליב די געשעענישן געווארן אביסל שוואכער אבער נישט אפגעשטעלט. כפר עטא האט געהאט 22 יידישע פאליציאנטן ודארונטער צוויי פרוזשאנער) די רוהיקייט איז כמעט ווי נישט גע־ שטערט געווארן. טראץ דעם איז די לאגע ניט קיין קלארע צוליב די האפענע העצע פון די אראבישע צייטונגען וועלכע דראען מיטן איבער חזרן פון די געשעענישן נאכן אוועקפארן פון דער קעניגלעכע קאמיסיע קיין ענגלאנד. פון צייט צו צייט פארן זיך צונויף אין כפר עטא א טייל פון די פרוזשאנער לאנדס מענער סטודענטעריע און רעגירונגס באאמטע... (פאסט באאמטע) ווו מען פרישט או'ף די זכרונות פון אמאליקע יארן אין פרוזשאנע. ביי דער געלעגנהייט גרוסן אלע פרוזשאנער אין א"י די „פרוזשאנער שטימע" און אלע ציונים לכל מפלגותיהם און בעטן זיי זאלן אפגעבן מערסטנטיילס פון זייער צייט פארן מפעל לבנין ארץ ישראל. אין דער ניי אויסגעבויטער פארט גאס אין חיפה שטייגט איר איין אין אויטא 42 וועלכער פארט דירעקט אין כפר עטא, דער שאפער איז זייער א סימפאטישער יונגערמאן באזונדערס מאכט ער א גוטן איינדרוק מיט זיינע ספעציפישע קליידער און מיטן עמבלעם אויפן היטל וואס יעדער הבר פון „משמר תמפרץ" (אזוי הייסט דער קאאפעראטיוו) מוז טראגן. דער אויטא פירט אייך שנעל איבער דעם אראבישן קווארטאל און ביים „שעל" בריק פארצייכנט א שוטר דעם נומער פון אויטא, דא איז די גרענעץ פון חיפה! לינקס פון נצרת כביש קרייצט זיך דער עכו כביש וואס פירט אייך צו אייער פארלאנג קיין כפר עטא במשך פון אייער רייזע טרעפט איר זיך מיט די גרויסע אייזן פאבריק פון ה' קרמנר מיטן ניי אויסגעבויטן פלי פלאץ און מיליטע־ רישן שפיטאל. גאנץ באזונדערס מאכט א איינדרוק דער „מרכז התעשיה" פון מפרץ פיל פאבריקן זענען אויפגעשטעלט געווארן אין די לעצטע צוויי יאר. דער גערויש פון די מאשינען שפילן אייך אויס די שענסטע מוזיק, דאס איז דאס ליד פון ארבעט און יידישער אינציאטייו. פאבריקן פון אלערליי מינים קאנט איר דא טרעפן. ווי רפואות פרעפעראטן, כעמישע אויס־ ארבעטונגען, מאשינען בוי, גלאז, ווארשט, אייזן קאנסטרוקציע, מארמאר, פערפום: גאזאז, קינסטלעך אייז, בוי מאטעריאלן. רעכטס פון עכו כביש געפינט זיך די שכונה עיר גנים וואס רומענישע און דייטשי שע יידן האבן אויסגעבויט פון דאנען פארט איר דורך די נייע שטאט קרית בנימין ווו ס'איז לעצטנס פארענדיקט געווארן דורכן משרד קבלני פון הסתדרות צוועלף קילאמעטער כביש, א ריזיקע בריכה פון 42 מעטער די הויך, די שטאט ווערט געבויט מיט אשנעלן טעמפא און וועט זיין איינע פון די מוסטערהאפסטע שטעט אין חיפער געגנד. איין מינוט רייזע פון קרית בנימין שטעלט אייך דער אויטא אפ אין כפר עטא. דער ערשטער גרוס פאר פרוזשאנע גלייך ביים אויסשטייגן פון אויטא איז פון דער שול „מרכז" וואס איז געאשפן געווארן א דאנק דער אינציאטיוו פון די פרוזשאנער בעל בתים אין כפר עטא באזונדערס פון די ה"ה זאוועלעווסקי, שעבינסקי און מודריק דער פלאץ מיט דער געביידע איז געגעבן געווארן פון ר' שמחה טאבאטשניק אמאליקער בריסקער תושב און היינטיקער פאבריקאנט אוז גרויסער באדן באזיצער. דאס שאפן די שול איז פארגעקומען מיט גרויס פאראד ווו אונזערע פרוזשאנער זענען געווען די אמתע מחותנים. אויסער דעם זענען דא שולן פון „מזרחי" „אגודה" א. א. וו. אין די לעצטע צוויי יאר האט זיך כפר עטא ראדיקאל געענדערט פון „דערפל איז געווארן א שטעטל". די פראספעריטי האט גע געבן א שטויס צום אויפבלי פון כפר עטא, און די נאכפראגע אויף באדן איז שטארק געוואקסן. באזונדערס האט כפר עטא געצויגן די אויפמערקזאמקייט צוליב דער געזונטער לופט און שיינער געגנט פון די גצרת און נפתלי בערג וואס הויבן זיך איבער כפר עטא. שמיני לחנופה תרצ"ז פפר עטא. יצחק־ זאוועלעווסקי
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
Owner of the Temiya halva factory; the article uses his surname in describing the factory
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
א שיי־ נעם איינדרוק מאכט די חאלווא פאבריק „טע־ מיה" פון ה' טאבאטשניק וועלכע האט שוין באוייזן איינצונעמען דעם גאנצן ארץ ישראל מארק א דאנק איר גוטער תוצרת.
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
Gave the Merkaz school its plot and building (probable)
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
דער פלאץ מיט דער געביידע איז געגעבן געווארן פון ר' שמחה טאבאטשניק
- Pruzhaner Shtime, 1937-01-15
What became of him
We have not yet found a record of what became of them.