Shmuel Shapiro
שמואל שפירא
Also spelled S. Shapira, S. Shapiro, Shapiro
Printed in 5 issues of the paper, from June 11, 1937 to April 29, 1938.
In the paper
1937
- ב׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 11, 1937 מפעל „הגלילה" ' ועדת קרן־קימת לישראל בפרוזונה מפעל „הגלילה "HaGlila" campaign of the Jewish National Fund committee in Pruzhany Ad · Announcement Subjects: Community affairs named
- ב׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 11, 1937 דעלעגאט פון הויפט־ביורא פון קרן הקימת — ה' שמואל שפירא קומט צו דער הגלילה אקציע אין פרוזשאנע Delegate of the Keren Kayemet head office, Mr. Shmuel Shapiro, comes to Pruzhany for the Hagalila campaign Article Subjects: Palestine named
- ט׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 18, 1937 פון ירושלים — בּיז פרוזשאנע From Jerusalem to Pruzhany Article Subjects: Palestine author
- ט׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 18, 1937 עבודתנו לקק"ל הוכתרה השתא בנצחון גמור Our work for the Jewish National Fund crowned this year with complete victory Article named
- ט׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 18, 1937 האורח החביב The dear guest Article named
- ט׳ תַּמּוּז תרצ״זJune 18, 1937 די הגלילה אקציע אין פרוזשאנע The Hagalila campaign in Pruzhany Article Subjects: Community affairs named
- ט״ז תַּמּוּז תרצ״זJune 25, 1937 דו"ח מחגיגת הרשמת ביה"ס „תרבות בספר הזהב Report on the celebration of the inscription of the Tarbut school in the Golden Book Article Subjects: Community affairs named
- כ״ב כִּסְלֵו תרצ״חNovember 26, 1937 צוריק צוּם מכבּייער יום־טוב! Back to the Maccabean holiday! Article Subjects: Jewish world author
1938
From the records
Not in Pruzhany when the war came.
- Pruzhaner Shtime, 1938-04-29
ש. שפירא (ארץ־ישראל) דער גורל פון גליל וגעדאנקען וועגן דער א"י'דיקער אפון־גרעניץ) אין די שטארקע הייסע זומער־טעג פון תרפ"ח, אז ביאליק איז געקומען קיין דגניה און גענימען זאגן תורה האט ער געפרעגט דוד שמעטערלינג: „פארוואס באזעצט איר נישט די בערג? ס'איז קיין צווייפל נישט, אז די טאלן גיבן עקאנאמישע בעסערע מעגלעכקייטן, אבער וואס וועט זיין מיט די בערג"? און ביאליק האט שטארק געשיויצט, געווישט דעם שווייס און ווייטער אונטערגעשטראכן: „אין די בערג וואקסן שטארקע געזונטע און שיינע מענטשן. ס'בלאזן אנגענעמע ווינטלעך... פון די בערג און נישט פון די טאלן האבן ארויסגעשפראצט נביאים און דער גרויסער יידישער גייסט"... אין דער תקיפת היהב, אז מיר זענען געזעסן ווי א פריי פאלק אין היימלאנד, אז אין בית־המקדש האט געגלאנצט מיט פראכט פול־שיינקייט, פלעגן אין די ימים טובירי ררח שבועות און סוכות, עולה־רגל זיין ד פויע פין ווייטן גליל און ברענגען פון זיי פר דוקציע די שענסטע און בעסטע „ב ורי". דער בית־המקדש האט אויסגעזען ווי א פלארישע אויסשטעלונג און אין דער שפיץ האבן בא־ קרו נט די פראדוקטן פון דעם גליל העליון. די בערג פון גליל האבן אין זיך אריינגעזאפט פיל רעגן ווינטער און ראסע אין די זומער־ מאנאטן, די פעלדער האבן נישט געוווסט פון קיין טריקעניש. מ'האט דארט געפילט דעם ריח פין לבנון. די בעסטע קעמפער, מורדים, קנאים קעגן דער הערשאפפון רוים האבן געגעבן די גליל־בערג. פאלקס־פאנטאזיע האט באקרוינט מיט לעגעגדעס די גרויסע העלדן פון גליל: מנחם הגלילי, יהודה הגלילי. און באזונדערס יוחנן מגוש חלב... זיי האבן זיך באפעסטיקט אין די בעיג אין פארבארגענע היילן און גע־ ווארפן א מעכטיקע מורא אויף די שטארקע רוימישע לעגיאנען. אין מיין זכרון איז פארבליבן א שפאציר צווישן גליל'ער בערג. ביי דער ערשטער אש־ מורה האבן מיר גענומען שפאנען אויף די טרעפ פון דעם עצמון. אלעס איז געווען איינגעוויקלט אין ליילעכער פון ראסע. ביי די ערשטע פורפור רויטע שטראלן דערזעט מען די הרי־גולן. מען באמערקט דעם בלוין כנרת פונאנדערגעשפרייט ווי א בלוי פידעלע צווישן בערג, די בערגעלעך צונויפגעשטעלטע ווי פיראמידעס. ערב שצת אין צפת. איך זע דעם טאל אין מיראן, ווו עס האט שפאצירט דער גרויסער מקובל האר'י מיט זיינע תלמידים. ער האט מיט זיי געוואלט האבן קפיצת הדרך און מקבל שבת זיין אין ירושלים. די תלמידים האבן געענטפערט, אז זיי ווילן האבן ישוב־ הדעת מיט די משפחות אין צפת, האט זיך דער ארי צוווייגט און געזאגט: „צוליבן ישוב הדעת האבן מיר פארשפילט די גאולה"... די נאטור ארום איז איינגעוויקלט אין מיסטיק. ביים וויגעלע פון דער יידישער קאלא־ ניזאציע האבן די ערשעע חלוצים פון מזריטש (פוילן) געשאפן צווישן די זומפן און מדבריות יסוד־המעלה, די ערשטע עולים פוך רומעניען האבן צווישן די גיגאנטישע פעלזן שטיינער געגרינדעט ראש־פינה, די חלוצים פון צפת, די מוסרניקעס פון די צפתער ישיבות האבן געשאפן די קאלאניע משמר־הירדן. די עולים פון רוסלאנד צוזאמען מיט די ארבעטער פון גליל האבן מיט דער הילף פון נדיב הידוע, באראן עדמונד ראטשילד געגרינדעט צופוסנס ביים חרמון די קאלאניע מתולה. די חלוצים פון גאליציע האבן מיט גרויסע שוועריקייטן דערווארבן די קאלאניע מחנים — דארטן, ווו ביים וועלדל האט געפונען זיין אייביקע רו דער קעמפער און טרוימער, דער נעסטאר פון דעם „השומר" מיכאל האלפערן. אז דער היס טאריקער פון ישוב וועט שרייבן די גאלדענע בלעטלעך וועגן דעם קאמף מיט די ווילדע דרוזן ביי מתולה, מיט די גיגאנטישע פעלזן אין ראש־פינה, די מלחמה מיטן געלן פיבער אין יסוד המעלה און משמר הירדן וועט דא זיין א עפאפעיע, דער מאגישער קראפט פון דעם גליל. ביי דער צווייטער עליה פין 1905. ווען די ערשטע „כובשי־עבודה" האבן זיך אנטוישט אין פתח־תקוה, און אונזערע פלאנ טאטארן, ווען די קאלאניעס אין יהודה זענען געווארן א צווייטער גלות אויפן אייגענעם באדן, האט זיך דערהערט דער רוף „הגלילה" „הגלילה"... אויף די בערג אין סדזרה איז געשאפן געווארן דער „החורש", וואס האט גע־ לייגט דעם גרונדשטיין צו דער הסתדרות החק לאית און פון דעם קערנדל איז אויסגעוואקסן די גאנצע ארבעטער באוועגונג אין לאנד. צווישן די פארבארגענע היילן איז געגרינדעט געווארן דער סודותדיקער ארדען „בר גיורא", וועלכעס איז געווען דאס קערנדל פון העלדישן „השומר". פון די בערג פון גליל זענען ארויס די שומרים דעראבערן „נייע פונקטן", דארט זענען אויך געפאלן די ערשטע קרבנות פון דעם „השומר". ביי די ברעגעס פון כנרת און ירדן זענען געגרינדעט געווארן די ערשטע קבוצות. — דגניה און כנרת זענען געווארן א ביישפיל פאר דער גאנצער ארבעטער־באוועגונג. אין מיטן דער מלחמה האבן די אלטע ארבעטער געשאפן אילת השחר און דער פירער פון השומר — ישראל גלעדי האט געשאפן די קבוצות אין גליל העליון: תל חי, חמרה בכדי צי פארטיידיקן דעם צפון גרענעץ. נאך זיין טויט האט מען געשאפן דאס דארף אויף זיין נאמען „כפר גלעדי" און ביי דער דריטער עליה ווער ווייסט נישט דאס גאלדענע בלעטל פון תל חי? אויף די בערג פון גליל העליון איז ווייטער געשען דער ווונדער: די שיינע לעבנס־ סימפאניע פון יוסי־הגלילי — יוסף טרומפעלדאר האט געגעבן דעם שענסטן אקארד: „טוב למות בעד ארצנו". מיט א שמייכל אויף די ליפן, איז געשטארבן טרומסעלדאר. דער גליל האט אפגעפרישט די חלוצישע מחנה מיטן טויט פון חרמון אין לבנון און דער גליל האט ווייט נישט אנטוישט. און יעצט די העלדן פון תל־חי וואס האבן דערפילט א היסטארישע שליחות, דער „שר האומה" ווארטן אויף דער התחלה פון דער ארבעט אין די זומפן פון דער חולה און אין די בערג פון גליל העלצון. ווייטער האט זיך דערהערט דער רוף „הגלילה" און מ'איז געקומען אין חניתה, הארט ביי דער לבנון־גרעניץ. דער אויסלייזער פון אונזערע טאלן, דער „קונה־הכל" ה' מנחם אוסישקין וויל בא־ קרוינען זיין לעבנס־ווערק מיט גאולה פאר די בערג פארן צפון גרעניץ... און דורות וועלן דערמאנען מיט אכטונג און כבוד דעם קרן־קימת לישראל, וואס האט אויסגעלייזט אלע אינזערע טאלן, זעם גליל העליון, אונזערע בערג און דעם צפון גרעניץ... די בשורה פון גליל פון דעם אויסגעלייזטן צפון וועט באגייס־ טערן די מחנה, די בעסטע פאלקס כחות וועלן צושטיין צו דער דאזיקער ארבעט פארן אויס־ לייזופון „גלילה" און דער גליל, וואס האט קיינמאל נישט אנכוישט וועט אונז ווייטער נישט אנטוישן. „הגלילה"!
- Pruzhaner Shtime, 1938-04-29
Not in Pruzhany when the war came.
- Pruzhaner Shtime, 1937-11-26
ש. שאפירא (ארץ־ישראל) צוריק צוּם מכבּייער יום־טוב! און ווידער צינדן מיר אן די ליכטעלעך צום אנדענק פון אונזערע נאציאנאלע העלדן — די מכבים, וועלכע זענען געפאלן פארטיי־ דיקנדיק מיט זייער לעבן דעם כבוד פון פאלק און לאנד. און ווידער טויכט אויף ביי אונז דער גלויבן, אז דאס בלוט פון די מכבייער פליסט אין אונזערע אדערן און אז דאס ווארט פון הערצלען, „די מכבייער וועלן נאך פאר אונז אויפשטיין א צווייט מאל" — וועט נישט בלייבן קיין לעגענדע. ווידער זעען מיר אינם חנוכה־יום־טוב א סימבאל פון נצחון מצד דעם איינגעיוארצלטן דארפישן נאטור־לעבן איבער דער ביליקער פלאכער שטאטישער קולטור... צוויי הויפט־פאקטארן באוועגן דאס לעבן פון א פאלק: די שפראך און דער באדן. די שפראך אלס יסוד פונם קולטור־לעבן און דער באדן אלס דער יסוד פאר דער עקאנאמישער אנטוויקלונג. די גריכישע אקופאציע אין דער חשמו־ נאים־תקופה האט אונז געשלאגן אין ביידע הינזיכטן צוזאמען, ווי דער שטייגער איז פון יעדן אקופאנט. עס איז אינטערעסאנט, אז די שטאטישע איינוווינער, די אריסטאקראטיע און דער פארמעגלעכער טייל פון דער באפעלקערונג, זאגאר די יונגע כהנים־גענעראציע זענען שוין אין דער תקופה פון די מכבייער געווען אנגעשטעקט מיט דער יוונישער אזימי־ לאציע. אין דער צייט, ווען ירושלים און אלע איבעריקע שטעט האבן זיך אונטערגעגעבן דעם יוונישן אקופאנט און זייער אסימילאציע — דאן האט זיך פון יידישן דארף מודיעין, דורך מענטשן פון ארבעט און אקעראייזן דער־ הערט דער רוף צו פארייניקונג, צו נאציאנאלן אויפשטאנד און סאציאלער ענדערונג.. אזוי איז געווען אין די צייטן פון די מכבייער און אזוי איז אויך אין אונזער יעצטיקער קעגנווארט, ווען אונזער בעסטע יוגנט שטרעבט צו אויפריכטיקן אונזער היימלאנד. שטעט קומען קיינמאל נישט אין באטראכט אלס שטיץ־פונקטן פאר פארשטארקונג און פאר באפעסטיקונג. אונזער אייגנארטיקע קולטור וועט אויפשפראצן פונם עמק יזרעאל, פון די פעלדער אין יהודה און גליל, און ווידער וועלן אויפשטיין פאר אונז העלדישע מכבייער. צי דארף מען זיך דעריבער ווונדערן, אז אויך ביים היינטיקן טאג האבן אונזערע דארפישע קאלאניסטן זיך נישט געלאזט מיט־ רייסן מיטן ליקווידאציע־שטראם, מיט די לייט פון „ברית־שלום", וועלכע ווילן אראפנידערן די מלוכה־פאן פונם ציוניזם? און צי איז דען א ווונדער, אז דוקא די מענטשן פון דער הגנה און אקער־אייזן האבן זיך נישט געלאזט פארכאפן דורך פאטעטישע דעקלאראציעס פון צווייפלהאפטן פאליטישן ווערט, — נאר האבן איניועסטירט זייער שווייס און בלוט, זייערע בעסטע יוגנט־קרעפטן אין דער ארבעט און שאפונג?... אין די דאזיקע טעג פון כאאס און אונצייליקע שוועריקייטן, וועלכע זענען אנט־ שטאנען פאר דעם אויפבוי פון אונזער לאנד איז פאראן א דרינגנדע נויטווענדיקייט צו־ ריקצוקערן זיך צו דער הארטער ווירקלעכקייט, צום באדן און צו דער באנייונג פון אונזערע פאלקס.הייליקייטן... גייט צוריק צו חנוכה, שענקט צוריק דעם חנוכה, דעם מכבייער יום־טוב, דעם פראכט פון העלדישקייט און שיינקייט דורך א ממשותדיקן אינהאלט — דערווערב צוריק דעם מכבייער באדן פארן פאלק. דער רוב פארשער זענען געקומען צו דער מסקנה אז דער הויפט טרעגער פון דעם עקאנאמיש־קולטורעלן לעבן איז געווען דער קליין־פויער. דורך זייער פשוטן נאטור־לעבן אלס קליינער גרונט באזיצער, — האבן די מכבייער געשאפן די אלע וויכטיקע עקאנאמיש קולטו־ רעלע ווערטן פון אונזער פאלק. דאס קליין־פויערטום האט זיך קאנצענטרירט ארום די מכבייער און זיי האבן עס געראטעוועט דאס יידנטום פון גענצלעכן אונטערגאנג און אט־ ראפיע... יהודה המכבי איז נאך געווען פאר־ נומען מיט דעם פארטיידיקונגס־קאמף, אבער שוין זיין ברודער יהונתן האט אנגעהויבן צו אנטוויקלען די פאלקס ווירטשאפט, זוכן אנאויסוועג צום ים דורך יפו און דורך אויפשטעלן א רייע אנדערע פארטן. אויך די העב־ רעישע שפראך, קולטור און קונסט האבן גע־ פונען זייער תקון בעת דער מכבייער תקופה. א רייע פון זייערע שאפונגען זענען געווארן דער אייזערנער גרונט קאפיטאל פון יידישן פאלק. עס איז געקומען א מאמענט, ווען ס'איז נויטיק צוריקצוגעבן דעם חנוכה־יום־טוב זיין ווירקלעכן אינהאלט. אין דער צייט, ווען אין אונזער היימלאנד האט דער קרן קימת אויס־ געלייזט דעם עמק־יזרעאל, די געגנטן פון שבט דן, מנשה, יששכר און זבולון, ווען אונזער נאציאנאל־פאנד פרובירט אויפסניי אויפריכטן א קליינפויערטום־שטאנד און צו ראטעווען דאס פאלק פון אונטערגאנג, ווערט דרינגענד די נויט צו פארפילפאכן אונזער טעטיקייט לטובת דעם באדן־אויסקויף אין לאנד. לאמיר דערציילן אין יעדער יידישעו שטוב וועגן דער נאציאנאלער אויפלעבונג וועגן די מכבייער פון אונזער דור. לאמיר דערציילן דער יידישער יוננט, וועלכע וועגעטירט אין דער אסימילאציע און גייט ארום פוסט און פאסט, וועגן די נייע שאפונגען אויף די וויסטענישן פון אונזער היימלאנד, לאמיר זיי צוטראגן די בשורה פון דער אויסלייזונג. און די דאזיקע ציל באוווסטע ארבעט, באגלייט דורך א גרויס צוגיקער חנוכה.אקציע לטובת דעם קרן־קימת — וועט דערנענטערן די דערווייטערטע, וועט צוציען די נאנטערע און זיי וועלן אלע מיט אמת יידישן שטאלץ און קרבנות־גרייטקייט קומען צו אונזער אויפלעבונגס־אידעאל.
- Pruzhaner Shtime, 1937-11-26
Not in Pruzhany when the war came.
- Pruzhaner Shtime, 1937-06-11
דעלעגאט פון הויפט־ביורא פון קרן־הקימת — ה' שמואל שפירא קומט צו דער הגלילה אקציע אין פרוזשאנע. ווי עס מעלדעט די ווארשעווער צענטראלע וועט קומען קיין פרוזשאנע און וועט זיך באטייליקן און דורכפירן דער „הגלילה" אקציע — דער דעלעגאט פון צענטראל ביורא פון קרן אקימת אין ירושלים ה' שמואל שפירא. דער ה' ש. שפירא איז א שטענדיקער איינוווינער פון א"י וו ער געפינט זיך העכער 30 יאר, ער איז געקומען קיין ארץ־ישראל נאך מיט דער צווייטער עליה. א סאך יארן האט דער ה' שפירא געארבעט אלס לאנד־ארבעטער ווי אויך אלס שריפטשטעלער און אקטיווער ארבעטער־טוער. ער איז גוט באהאוונט אין אלע לעבנם פראבלעמען פון אונזער אויפבוי־ווערק אין ארץ ישראל. דערצו איז דער ה' שפירא א גלענצנדער רעדנער, רעדט אינהאלטספול און מאכט א טיפן איינדרוק אויף זיינע צוהערער. עס איז צו האפן, אז זיין באזוך בא אונז אין שטאט וועט דער־ וועקן גרויס אינטערעס מצד דער גאנצער געזעלשאפט. אין צוזאמענהאנג מיטן באזוך פון ה' שפירא ארדנט איין דער היגער קרן קימת א רייע פאראנשטאלטונגען אויף וועלכע דער ארץ ישראל גאסט וועט ארויסטרעטן מיט עפנטלעכע פארטראגן: היינט, פרייטיק 8 אוונט אין שולע יבנה קומט פאר א יוגנט פארזאמ לונג ווו ה' ש. שפירא וועט רעפערירן א. ד. ט. „אונזער ארבעט ביים א"י אויפבוי". שבת בייטאג 1,30 וועט דער ה' ש. שפירא ארויסטרעטן מיט א עפענטלעכן רעפעראט א. ד. ט. „הגלילה". זונטיק 7 אוונט מיט דער באטיי־ ליקונג פון חשובן גאסט א פרויען־פארזאמלונג אין שולע „יבנה".
- Pruzhaner Shtime, 1937-06-11
What became of him
We have not yet found a record of what became of them.