Skip to content
← The Pruzaner Sztyme
A person in the paper

Moshe-Aharon Awerbuch

משה אהרן אווערבוך

Also spelled Averbuch, M. A. Averbukh, M. A. Awerbuch, Moshe Aharon Auerbach, Moshe Aharon Averbuch, Moshe Aharon Averbukh, Moshe-Aharon Averbuch

Printed in 11 issues of the paper, from April 13, 1934 to April 2, 1939.

In the paper

1934

  1. כ״ח נִיסָן תרצ״דApril 13, 1934 דאנקזאגונג Thanks from the Maot Chitim committee Ad · Thanks donor

1935

  1. י״ד נִיסָן תרצ״הApril 17, 1935 פרוזשאנער לאנדסלייט אין אמעריקע שיקן שטיצע פאר ארעמע אויף פסח Pruzhany landsmen in America send aid for the poor for Passover Article Subjects: Community affairs named
  2. ל׳ נִיסָן תרצ״הMay 3, 1935 באריכט פון מעות=חטים קאָמיטעטאיזפרוזשאַנע Report of the Maos Chittim Committee in Pruzhany Article Subjects: Community affairs named
  3. ל׳ נִיסָן תרצ״הMay 3, 1935 חשובע רעדאקציע! Esteemed editors! Letter from M. A. Averbukh on the maos chitim fund Article author
  4. ז׳ אִיָּיר תרצ״הMay 10, 1935 דאנקזאגונג Thanks Ad · Thanks named
  5. ז׳ אִיָּיר תרצ״הMay 10, 1935 אויפן ראנד פון א בּריוו On the margin of a letter Article · Opinion author

1936

  1. י״ד נִיסָן תרצ״וApril 6, 1936 אנגעקומען 360 דאלאר פון אמעריקא פאר ארעמע אויף פסח $360 arrived from America for the poor for Passover Article Subjects: Community affairs donor
  2. ט׳ אִיָּיר תרצ״וMay 1, 1936 חשבון חלוקת מעות=חטים עי' הקאמיטעט ועי' הועד Account of the distribution of Maot Chitim by the committee and the council Article Subjects: Community affairs named
  3. ט״ז אִיָּיר תרצ״וMay 8, 1936 נאנטע ווייטקייט Near Distance Article · Opinion author
  4. כ״ז כִּסְלֵו תרצ״זDecember 11, 1936 צו איי אַמעריקאַנער לאַנדסלייט! To Our American Landsmen! Article Subjects: Community affairs named

1937

  1. י״ט אִיָּיר תרצ״זApril 30, 1937 חשבּון מעות חטים Account of the Passover wheat money (maot chittim) Article Subjects: Community affairs donor
  2. א׳ כִּסְלֵו תרצ״חNovember 5, 1937 א בּריוו אין רעדאקציע A letter to the editor Article Subjects: Community affairs author

1939

  1. י״ג נִיסָן תרצ״טApril 2, 1939 אנגעקומען פסח־שטיצע פון אמעריקא Passover aid arrived from America Article Subjects: Community affairs named

From the records

  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1935-05-03
      אין „פאלקס־טריבונע" קענען זיך ארויסזאגן אלע פריינט און לעזער וועגן געזעלשאפטלעכע און שטאטישע ענינים. מיר וועלן אויך גערן אננעמען בריוו פון דער ארומיקער סביבה. מיר בעטן שרייבן אויף איין זייט פאפיר, ריין און דייטלעך. קיין אנאנימע בריוו וועלן מיר נישט געדרוקט ווערן. חשובע רעדאקציע! מיר בעטן אייך אפצודרוקן אין אייער ח' וואכנבלאט דעם בריוו פון חשובן עסקן ה' משה אחרן אווערבוך (אמעריקע) וואס ס'האט דערחאלטן הרה"ג דפה ר'־דוד פייגענבוים. מיט אכטונג „מעות־חטים" קאמיטעט אין פרוזשאנע. געהערטער הער רבי! העכסט ווארשיינלעך וועט איר פון אונז געלט באקומען פריער ווי איר וועט דערהאלטן דעם בריוו, ווייל די געלט וועלן מיר אייך שיקן טעלעגראפיש אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן. איך ווייס נאך ניט גענוי וויפל מיר וועלן זיין אומשטאנד צו שיקן היינטיקס יאר, אבער העכסט ווארשיינלעך פיל ווייניקער ווי פריער. דעם אמת זאגנדיק האב איך געהאט באשלאסן היי יאר ניט צו קלייבן מער קיין געלט פאר פרוזשאגע אויף מעות חטים. די פבות זיינען פארשיידענע. עס איז א גרויסע, זייער א גרויסע לאסט צו גיין קלייבן געלט. איך האב געמיינט אין אנפאנג אז דאס וועט זיין נאר א צייטווייליקע זאך, איך האב גערעכנט אז מיט דער צייט וועט פרוזשאנע אליין קענען באשטיין איר שטעטל און באזארגן אירע ארעמע. אבער ווי עס ווייזט זיך ארויס איז עס ליידער ניט אזוי. אויך האב איך גערטכנט אז עס וועלן זיך דא אין אמעריקע געפינען זייער פיל מיטהעלפער וועמען די אינטערעסן פון פרוזשאנע וועלן זיין גאנט צום חארצן און זיי וועלן זארגן וועגן מעות חטים. צום סוף זיינען, ליידער, ווייניק פאראן אקטיווע טוער פאר דער זאך און עס דארף באצייכנט ווערן די איבערגעגעבענע מיטהעלפער אין. דער מעות חטים אקציע נעמלעך הער מארריס האלפערן און אלעקס בערענסאן וועלכע לייסטן די גרויסע הילפס ארבעט. און אויב די זעלבע מענטשן מוזן טאן דאס זעלבע יאר איין יאר אויס ווערט עס דערעסן. עס ווונדערט מיר אויך אויף אונזערע פרוזשאנער גופא, וואס אין דער צייט ווען זיי קענען באזארגן פארשיידענע אנדערע אנשטאלטן טוען זיי גארניט פאר די ארעמע אויף פסח. איר מעגט וויסן דאס מיר טוען עס ניט פאר דער מצוה, נאר צוליב מענטש־ לעכקייט און נויטווענדיקייט און אויב אייערע איינוווינער אינטערעסירן זיך זעלבסט ניט מיט דער מעות הטים פראגע שוואכט עס אויך אפ אונזערע הענט. צו איז עס טאקע אזוי וויכטיק דאס מיר זאלן אזוי פיל מי און צייט אוועקגעבן אויף דעם דא אין ניו יארק? אויסער דעם, לעזנדיק די באריכטן אין דער פרוזשאנער פרעסע, זע איך איבערהויפט קיין באגייסטערונג פאר אונזער דאזיקער אונטערנעמונג. און איך הויב אן צו דענקען אז ווען עס וואלט טאקע געווען אזא נויטווענדיקייט וואלטן זיי עס ניט דירכגעלאזן אזוי „כלאחר יד". מיר דאכט אז וועגן א שריפהלע אין קלעבאנצע אין א קוימען שרייבן אייערע צייטונגען מער ווי וועגן די מעות־חטים מעות הטים וועלכע מיר שיקן און וועלכע עס קומט אונז אן מיט גרויס מי. זיי דערלויבן זיך אויך צו קריטיקירן אייער קאמיטעט און אויך אונז וואס מער דערלויבן זיך די „חוצפה" צו פונאנדערזאגן אייך ווי צו צוטיילן די געלדער. די פאליטי. קער, די בעלי הצייטונגען דענקען דאס אלע פרוזשאנער לאנדסלייט אין ניו יארק נעמען אין דעם א אנטייל. טא מעגט איר זיי זאגן, דאס מיר וועלן פון זיי קיין עצות פרעגן און אויך ניט אננעמען און אויב אנשטאט א דאנק ווערן מיר נאר גע־ זידלט פאר אונזער מי, דאן זיינען מיר זיי מוחל די גאנצע ארבעט.און אויב זיי וועלן ווייטער אזוי קריטיקירן אונז אדער דעם פרוזשאנער קאמיטעט וועלן זיי דערפירן דערצו אז מיר וועלז דעם קומענדיקן יאר גארניט שיקן. עס ס'איז זיי פאלקאם דערלויבט צו קומען אהער אליין און קלייבן געלט וויפל די הארץ גלוסט. און צוטיילן ווי זיי פארשטייען. אלזא האב איך שוין דעם לעצטן יאר ווי אויך היינטיקן באשלאסן צו אויסלאזן עס אינגאנצן. אבער איך האב זיך געטראפן מיט מיינע צוויי „קאלעגן" און באשלאסן אייך היינטיקן יאר מער אדער ווייניקער צו שיקן און איך דענק דאס אן ערך 200 דאלער וועלן מיר אומשטאנד זיין צו שיקן מיר וועלן עס ווי געזאגט שיקן טעלעגראפיש אין א וואך אדער 10 טעג ארום. איך דאנק אייך פאר אייער ראפארט פון די לעצטע יאריקע געלדער און איך ווי מיינע מיטהעלפער ה"ה האלפערן און בערנסאן זיינען פולקאם צופרידן. איך האף דאס אויך היי יאר וועלן מיר באקומען א חשבון פון די אויסגעצאלטע געלדער. אונזער בעסטן דאנק פאר אייער קאמיטעט וועלכע האבן און וועלן ווידער אנטייל נעמען דעם יאר אויך אין דער חלוקה. מיר ווינטשן דאס די צייטן זאלן זיך ביי אייך פיל פארבעסערן אזוי, אז מיר זאלן אייך מער ניט דארפן צו העלפן, נאר אויב חלילא עס וועט נויטיק זיין דאס מיר זאלן האבן דעם מוט און נויטיקע געפילן ווידער צו טאן דאס בעסטע אין קומענדיקן יאר פארבלייב איך אייערער איבערגעגעבענער פריינט פון אלע פרזזשאנער איינוווינער. מ. א. אווערבוך. ניו־יארק 1935 27.3.
  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1935-05-10
      אויפן ראנד פון א בּריוו. אין פאריקן נומער פון אונזער צייטונג האבן מיר פארעפנטלעכט א בריוו פון אונזער פרוזשאנער לאנדסמאן אין אמעריקע, איינער פון די איבערגעגעבנסטע טוער פאר דער — היימשטאט — ה' מ. א. אווערבוך. דער בריוו גיט אונז א געוויסן באגריף איבער דעם צושטאנד פון דער הילפס ארבעט אין אמעריקע און וועגן דעם געדאנקן־גאנג און סביבה פון די טוער וואס שטייען ביי דער דאזיקער ארבעט. און פון דעם עטלעכע באלערנדע אויס־ פירונגען: ווייזט זיך ארויס, אז די הילפס־ארבעט אין אמעריקע האט פארלארן איר אמאליקן גרויסן פארנעם ניט נאר אין מאטעריעלן זין, נאר עס פאלט אויך איר גרויסער געזעלשאפט־ לעכער שווונג. ס'איז שוין משמעות ניטא יענע ברייט־ארגאניזירטע הילפס אקציע, וואס האט געקלאפט מיט דעם אייגנארטיקן אמעריקאנער טעמפא אין די „קאמפיינס" פון די פארשידענע „סאסייעטעס" „רעליעפן" א. א. וו. — געבליבן זיינען ביי דער ארבעט בלויז געציילטע, יחי־ די סגולה, ביי וועמען עס טליעט נאך דער פונק פון ליבע און געטריישאפט צו דער „אלטער היים" און אט די — אויב מ'קען זיך אזוי אויסדריקן — „טשאריטי־וועטעראנען" רעדן זיך צוזאמען ווי „קאלעגן" און מען לאזט זיך ארויס צונויפזאמלען פאר דער אלט־היימישער ארעמקייט... מען מוז מודה זיין, אז ביי אזא אופן פון זאמלען איז באמת „א לאסט, זייער א גרויסע לאסט צו קלויבן געלט..." און סיי אויף די רעזולטאטן פון אזא ארט זאמלען — סיי אויף דעם ווי לאנג אזא הילפס ארבעט קען אנהאלטן — לאזט זיך פיל ניט האפן. עס מוזן באמת אויסגעצייכנט ווערן די געטרייע עסקנים, וואס האבן דעם מוט און אויסדויער ביי אזעלכע באדינגונגען לייסטן יאר איין יאר אויס פאר זייער היים. ס'לאזט זיך אויך פארשטיין די פארביטערונג, וואס עס ווייזן ארויס די געציילטע עסקנים, ווען מען קומט צו זיי מיט ברייטע געזעלשאפטלעכע פרעטענזיעס, וואס פאסן ניט דעם פארנעם און שטייגער פון זייער אונטערנעמונג. עס דארף אויך באצייכנט ווערן די צווייטע הנחה, וואס גילט אייגנטלעך אלס אלטער אנגענומענער כלל ביי יעדער הילפס ארבעט: מען גיט פראפארציאנעל צו דעס וויפל עס גיבן די אייגענע... וויפל מען ווייזט ארויס אינטערעס דא אויף אן ארט און וויפל עס האט א אפקלאנג די נויטווענדיקייט און די הילף דא — אויף אזויפיל דרינגט עס אויך אריין מעבר לים. מען דארף אויך מערער אכט לייגן אויף דעם פסיכאלאגישן מאמענט פון דעם ענין: עס דארפן געשטארקט און געמוטיקט ווערן די טוער אויף יעדער געביט פון הילפס ארבעט און זיי טארן ניט אנטמוטיקט ווערן מיט פארשיידענע פאדערונגען וואס זיינען ניט צוגענגלעך פאר דעם אופן פון דער ארבעט. די הערשענדע עקאנאמישע באדינגונגען פון דער ייד. באפעלקערונג ווייזן ליידער אז מיר וועלן ניט זיין אומשטאנד אזוי גיך אליין צו לינדערן אונזערע נויטן ניט אנקו־ מענדיק צו הילף מצד דערויסן. אין דער הילף פון אונזערע ברידער ליגט אויך א געוויסער מאמענט פון נאציאנאלער אחדות און מיר דארפן דעם קשר אנהאלטן — און די מסקנות פון דעם דארפן זיין: א) א מערער אקטיווער און מיטפילנדע באציונג צו אונזערע נויטן אויף אן ארט. ב) א נענטערער פערזענלעכער קאנט־ אקט מצד אונזערע אינסטיטוציעס און אנשטאלטן מיט די וואס שטייען בא דער הילפס ארבעט מעבר־לים. און ג) עס מוז דער עיקר דא הי גע־ שאפן ווערן די געלשאפטלעכע קערפערשאפט וואס זאל ערנסט און איבערגעגעבן מיט דער הילפס ארבעט אנפירן און דאן וועלן מיר האבן אויך דאס רעכט זיך צוווענדן צו אונזערע לאנדסלייט וועגן א ברייטערע געזעלשאפטלעכע הילף פאר פרוזשאנער נויט אוןאירע הילפס אנשטאלטן. א—ז.
  • Not in Pruzhany when the war came.

    • Pruzhaner Shtime, 1939-04-02
      אנגעקומען פסח־שטיצע פון אמעריקא אויפן אדרעס פון היגן רב איז דאנער־ שטיק אנגעקומען טעלענראפיש העכער צוויי־ טויזנט גילדן אויף צו פארטיילן צווישן די ארעמע יידן אויף פסח. די געלט איז צונויפגעזאמלט געווארן צווישן די פרוזשאנער לאנדסלייט אין אמעריקא לויט דער אינציאטיוו און מי פון אונזערע איבערגעגעבענע לאנדסלייט מ"ר מ. א. אווערבוך א. אנד. דער קאמיטעט צו פארטיילן די פסח־שטיצע באשטייט פון די ה"ה הרב ר' דוד פייגענבוים, ראש־הקהל ה' פייוול גאלדפיין, פרעזעס פון קליינהענדלער פאריין ה' זעליק גאלדפיין, ה' אלטער קרוצעל, לייב אווערבוך און די גבאים פון אלע בתי־ מורשים. אין שטאט איז צונויפגעזאמלט געווארן מעות־חטים העכער 400 גילדן.

What became of him

We have not yet found a record of what became of them.

A computer (AI) read and translated these issues and matched up the names. No one has checked its work yet, so a piece listed here may be about someone else with the same name.