בעסטיאלישע רציחה איבער א יידישע פאמיליע.
היינטיקע וואך איז פרוזשאנע אויפגע־ ציטערט געווארן צוליב דער ידיעה וועגן בעס־ טיאלישן מארד, וואס איז אויסגעפירט געווארן אין אונזער סביבה איבער 6 יידישע נפשות אויפן טראקט, וואס פירט פון פרוזשאנע קיין בריסק, 5 קילאמעטער פאר קאברין, אין ישוב לאטשינעק הארט ביים שאסיי האט גע־ וווינט בלויז די יידישע פאמיליע סאקאלאווסקי. אין דער נאכט פון מאנטיק אויף דינסטיק זענען אומבאוווסטע באנדי־ן באפאלן דאס הויז און אויף אנאכזריותדיקן אופן מיט טעמפע העק אויסגעהרגעט אלע שטוב מענטשן. צווישן די דערמארדעטע געפינט זיך אויך א 20 יעריקע מיידל פון אנטאפאלע וועלכע האט גראד געוויילט צו גאסט און א 11 וואכעדיק קינד, וועמען די א יסווורפן האבן דערשטיקט און צוטראטן מיט די פיס. מיט עטלעכע טעג פריער איז אפגעפארן די מוטער פון ה' סאקאלאווסקי מיט א 10 יעריקן קינד און אזוי ארום זענען זיי גיצול געווארן. דער מארד זאל אויסגעפירט ווערן צוליב רויב צוועקן. פאליציי פירט אנענערגישע אויספארשונג און, ווי מען דערציילט איז מען שוין געפאלן אויף די שפורן פון מארד. דער דערמארדעטער סאקאלאווסקי איז א שוואגער פון דעם היגן איינוווינער ה' גבריאל שווארץ. היינטיקן מאנטיק האט גע זאלט פארן צו אירע קרובים סאקאלאווסקי שווארץ'ס 10 יעריקע מיידעלע, נאר זי האט פארשפעטיקט דעם אויטא און אזוי ארום על פי נס ניצול געווארן פון טויט. די לויה פון די דערמארדעטע איז פארגעקומען מיטוואך אין קאברין.
Machine translation
Bestial murder of a Jewish family.
This week Pruzhany was shaken by the news of a bestial murder committed in our area on six Jewish souls. On the highway that leads from Pruzhany to Brest, 5 kilometres before Kobryn, in the settlement of Lotshinek right by the road, lived only one Jewish family, the Sokolowskis. On the night from Monday to Tuesday unknown bandits attacked the house and cruelly killed everyone in it with blunt axes. Among the murdered are also a 20-year-old girl from Antopol who happened to be staying as a guest, and an 11-week-old baby, whom the monsters smothered and trampled underfoot. A few days earlier Mr. Sokolowski's mother had left with a 10-year-old child, and so they were saved. The murder is said to have been committed for the purpose of robbery. The police are conducting an energetic investigation and, it is said, are already on the trail of the murderers. The murdered Sokolowski is a brother-in-law of the local resident Mr. Gavriel Schwartz. This Monday Schwartz's 10-year-old girl was supposed to travel to her relatives the Sokolowskis, but she missed the bus and so by a miracle was saved from death. The funeral of the murdered took place on Wednesday in Kobryn.